אינפֿאָרמאַציע צו קרבנות פֿון פֿאַרברעכערײַ

צו דיר װאָס איז אַ קרבן פֿון פֿאַרברעכערײַ

טאָמער, ביסטו אַ קרבן פֿון פֿאַרברעכערײַ, קען עס זײַן אַז דו האָסט אַ רעכט צו קריגן עקאָנאָמישע קאָמפּענסאַציע. עס זענען דאָ דרײַ פֿאַרשײדענע מינים קאָמפּענסאַציעס: שאָדנגעלט פֿון דעם פֿאַרברעכער, פֿאַרזיכערונג־געלט און קרבן־געלט פֿון דער מלוכה. אויך װען מען װײסט נישט װער איז דער פֿאַרברעכער קען עס זײַן אַז מען האָט אַ רעכט צו פֿאַרזיכערונג־געלט און קרבן־געלט.

שאָדנגעלט און פֿאַרזיכערונג־געלט

טאָמער, ביסטו אַ קרבן פֿון אַ פֿאַרברעך און דער פֿאַרברעכער װערט פּראָצעסירט, װעט דאָס געריכט באַשליסן װעגן װיפֿל שאָדנגעלט ער מוזט באַצאָלן. שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דער דורכפֿיר־אַגענטור (Kronofogden) כּדי צו באַקומען הילף מיט קריגן דײַן באַצאָלונג. ס'קען אויך זײַן אַז דו קענסט קריגן קאָמפּענסאַציע דורך דײַן הײם־פֿאַרזיכערונג אָדער אַ פֿאַרזיכערונג װיִאַ דײַן יוניאָן אָדער דײַן אַרבעט־געבער.

קרבן־געלט

טאָמער, קענסטו נישט קריגן קײן פֿולשטענדיקע קאָמפּענסאַציע פֿון דעם פֿאַרברעכער אָדער דורך אַ פֿאַרזיכערונג, קען עס זײַן אַז דו קענסט קריגן קרבן־געלט פֿון דער מלוכה. כּדי צו האָבן אַ רעכט צו קרבן־געלט מוז מען ערשט אײַנגעבן אַ טענה װעגן דעם פֿאַרברעך צו דער פּאָליצײ. טאָמער, װײסט מען נישט װער איז דער פֿאַרברעכער, מוז עס זײַן דאָ אַן אויספֿאָרשונג, למשל אַ פּרילימינאַרע אָויספֿאָרשונג, װאָס באַשטעטיקט אַז דו ביסט יאָ אַ קרבן פֿון פֿאַרברעכערײַ. טאָמער, װײסט די פּאָליצײ װער איז דער פֿאַרברעכער, מוז ער ס'רובֿ מאָל זײַן פֿאַרמישפּט אין געריכט כּדי מע זאָל דיר באַצאָלן קרבן־געלט.

מען קען נאָר קריגן קרבן־געלט פֿאַר פֿאַרברעכערײַ װאָס איז באַגאַנגען געװאָרן אין שװעדן. ס'מאַכט נישט אויס צי דו װוינסט אין שװעדן אָדער ביסט דאָ צופֿעליק װי, למשל, אַ טוריסט אָדער אַ שטודענט, דו קענסט פֿון דעסט װעגן האָבן אַ רעכט צו קריגן געלט. טאָמער, װוינסטו אין שװעדן קענסטו, אָבער, האָבן אַ רעכט צו קריגן קרבן־געלט, אויך אויב דער פֿאַרברעך איז געשען אין אויסלאַנד.

װאָס קאָמפּענסירט מען?

דו קענסט למשל קריגן עקעאָנאָמישע קאָמפּענסאַציע פֿאַר:

  • אַ שװערער גװאַלדאַקט קעגן דײַן פּערזענלעכער אינטעגריטעט, למשל אַן אָנשלאָגן, סטראַשטניק, באַלעסטיקונג, סעקסועלער אָנפֿאַל אָדערר רויבערײַ
  • קאָסטן פֿאַר, למשל, מעדיצינישער השגחה, מעדיצין און טעראַפּיע
  • פֿאַרלוירנער הכנסה
  • פֿיזישע און גײַסטיקע לײדן, למשל װײטיק אָדער אומבאַקװעמקײט אין משך פֿון דער קראַנקײט
  • בלײַביקע װוּנדן, למשל שראַמען, ראיה־ אָדער שמיעה־שטערן
  • צעשטערטע קלײדער, ברילן אָדער אַזוינע זאַכן װאָס דו האָסט געטראָגן אין משך פֿונעם פֿאַרברעך

אויסנעמיק קאָמפּענסירט מען אויך צעשטערטע זאַכן, געגנבֿטס אָדער געלט װען דו ביסט באַשװינדלט געװאָרן.

װי אַזוי אַפּליקיר איך אויף קרבן־געלט?

דו אַפּליקירסט אויף קרבן־געלט פֿון דער אַדמיניסטראַציע פֿאַר קרבנות דורך אויספֿילן אַ ספּעציעלע פּאַפּיר־אַפּליקאַציע אָדער אַן אינטערנעץ־אַפּליקאַציע. דו מוזט אַרײַנשיקן דײַן אַפּליקאַציע צו דער אַדמיניסטראַציע פֿאַר קרבנות פֿאַר דעם, װאָס דרײַ יאָר איז פֿאַרבײַ פֿון דעם, װאָס דער פֿאַרברעכערײַ איז געשען, די אויספֿאָרשונג איז פֿאַרטיק, אָדער מען קען נישט מער אַפּעלירן דעם שטראָף. טאָמער, איז מען געװען אַ קינד װען מען איז געװאָרן אַ קרבן פֿון אַ פֿאַרברעך, קען מען אַפּליקירן אויף קרבן־געלט ביז דעם 21ער געבוירן־טאָג.

שטעל זיך אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַדמיניסטראַציע פֿאַר קרבנות דורך אָנקלינגען 090-708200 אויב דו װילסט װיסן מער װעגן קרבן־געלט און װי אזוי צו אַפּליקירן אויף קרבן־געלט. דו קענסט זיך אויך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אַ קרבן־צענטער, פֿרויען־צענטער אָדער אַן אַנדערער אָרגאַניזאַציע כּדי צו קריגן הילף מיט דער אַפּליקאַציע.   

װער קען מיר העלפֿן און שטיצן

עס זענען דאָ פֿאַרשײדענע אַדמיניסטראַציעס און אָרגאַניזאַציעס װעלכע קענען דיר העלפֿן און שטיצן. די פּאָליצײ און דער פּראָקוראָר זאָל אינפֿאָרמירן װעגן קרבן־רעכט און העלפֿן דיר פֿאָדערן שאָדנגעלט. דאָס סאָציאַלדינסט אין דײַן קאָמונע טראָגט דאָס אַחריות װען ס'קומט צו שטיצן און העלפֿן קרבנות און זײערע משפּחות. דו קענסט זיך שטעךן אין פֿאַרבינדונג מיטן געזונט־סעקטאָר אָדער אַן אָרגאַניזטאַציע װאָס אַרבעט מיט שטיצן קרבנות.